BECHOL LASHON ייִדיש – אויף וואַקאַציע אין אַ שטעטל לעבן פּאַדוע

padovaפֿון גענאַדי עסטרײַך

מײַן ווײַב און איך האָבן אַ וואַרעמע באַציִונג צו איטאַליע. פֿאַר וואָס? קיין ראַציאָנעלע סיבה איז מיר ניט באַוווּסט. דערצו קענען מיר ניט די איטאַליענישע שפּראַך, אַ חוץ, אייניקע ווערטער, וואָס העלפֿן אונדז אַרויס, בפֿרט נאָך, אַז די איטאַליענער רעדן ניט, בדרך־כּלל, די שפּראַכן, וואָס מיר רעדן. אַפֿילו ווען זיי זאָגן, אַז מע קען, אַ שטייגער, ענגליש, מיינט עס אָפֿט מאָל, אַז דאָס גאַנצע קענטעניש זייערס איז באַגרענעצט מיט געציילטע ווערטער, וועלכע העלפֿן לחלוטין ניט אויסצוקלאָרן די ברענענדיקע פֿראַגעס, וואָס מע שטעלט זיי.

אָבער ס׳רובֿ איטאַליענער וועלן דיך ניט איבערלאָזן אויף הפֿקר אָנעם פּרוּוון דיר אַזוי אָדער אַנדערש צו העלפֿן. זיי וועלן מאָביליזירן אַנדערע לײַט, אַפֿילו אויב יענע קענען אויך נישט קיין איין לשון, אַ חוץ דעם „וווּלגאַרן לאַטײַן‟; אָדער זיי וועלן ווײַזן דעם ענטפֿער מיט די הענט. מיט יאָרן צוריק האָבן מיר פֿאַרבראַכט עפּעס אַ צײַט אין סיציליע, אויף אַ גרויסער ווילע. געצאָלט האָבן מיר דווקא פֿאַר אַ דירה, וועלכע מיר האָבן געהאַט באַשטעלט, אָבער אין דער געגנט פֿון דער דירה האָט זיך פּלוצעם אָנגעהויבן עפּעס אַ ריזיקע בויונג, אַזוי אַז מיר האָבן באַקומען די ווילע ווי אַ קאָמפּענסאַציע.

אַלץ איז געווען גוט, אָבער אין עפּעס אַ שיינעם טאָג האָט זיך אין מיטן דערינען אויסגעשלאָסן די עלעקטריע. בין איך אַוועק צו די שכנים פֿרעגן, צי דאָס איז געשען נאָר בײַ אונדז אָדער אַלע זײַנען פֿאַרבליבן אָן עלעקטריע. אָט די סעמאַנטיש, און עמאָציאָנעל, אָנגעלאָדענע פֿראַגע האָב איך אויסגעטאַנצט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, און דער איטאַליענישער שכן האָט געהאַט גענוג געדולד עס צו פֿאַרשטיין און אויסטאַנצן אַ קלאָרן ענטפֿער (איך געדענק שוין ניט אַ וועלכן).

מיט אַ צײַט צוריק האָב איך איבערגעלייענט, אַז אייניקע היסטאָריש־גענעטישע פֿאָרשונגען ווײַזן זייער בולט אָן, אַז די אַשכּנזים, צו וועלכע איך געהער, אַ פּנים, האָבן אַ סך בשותּפֿות דווקא מיט די איטאַליענער. מע פֿאַרטײַטשט עס ווי אַ סימן פֿון דעם, אַז ייִדישע מענער האָבן זיך אינטענסיוו געמישט מיט די איטאַליענישע פֿרויען. (צי מיינט עס, אַז די ייִדישע מיגראַנטן זײַנען דעמאָלט, ווי די הײַנטיקע מיגראַנטן אין אייראָפּע, געווען, דער עיקר, יונגע מאַנסבילן?) ניט אַלע פֿאָרשער זײַנען מסכּים מיט דער טעאָריע פֿונעם איטאַליענישן שורש. איך אַליין פֿאַרשטיי גאָרנישט אין די גענעטישע זאַכן, אָבער איך בין ניט קעגן צו האָבן די איטאַליענער ווי מײַנע שני־שבשלישיפֿאַר וואָס ניט? זיי פֿאַרשטייען אַ טאָלק אין עסן. נייען און מאַכן שיך קענען זיי אויך זייער גוט. אויטאָס אַרבעטן זיי אויס גאָר ניט קיין שלעכטע (דער „פֿיִאַט‟ האָט אַפֿילו אַרײַנגעשלונגען דעם „קרײַסלער‟). די נאַטור, די לאַנדשאַפֿטן, די אַרכיטעקטור האָבן זיי אַזעלכע, אַז מע פֿאָרט צו זיי פֿון אַלע עקן וועלט; און ווי מענטשן געפֿעלן זיי מיר אויך. דערצו האָט מײַן טאַטע תּמיד געטענהט, אַז ער איז פֿאַרבליבן לעבן אין די ערשטע, שווערסטע חדשים פֿון דער מלחמה, ווײַל ניט די דײַטשן, נאָר די איטאַליענער זײַנען געווען אין די קעגנערישע טראַנשעעס.

אַזוי צי אַזוי, אָבער ווען עס דערנענטערט זיך דער סוף פֿונעם יאָר, לאָזן מיר זיך אין וועג אַרײַן — אין דעם זעלבן האָטעל, וואָס געפֿינט זיך אין אַ שטעטל לעבן פּאַדוע, וווּ, אַגבֿ, (אין פּאַדוע, ניט אין דעם שטעטל) האָבן זיך אין משך פֿון יאָרהונדערטער אָפּגעשפּילט ניט ווייניק געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע און נאָך הײַנט איז דאָס אַ קהילה פֿון בערך 170 נפֿשות.

מיר זײַנען גאָר ניט די איינציקע, וואָס זײַנען פֿאַרליבט געוואָרן אין דעם דאָזיקן אָרט. יאָר־אײַן יאָר־אויס זעען מיר אַ סך מענטשן — איטאַליענער, דײַטשן, פֿראַנצויזן און רוסן, וואָס זײַנען געווען אויך מיט אַ יאָר פֿריִער, און מיט צוויי יאָר צוריק… אַ גרופּע מאָסקווער דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן קומען אַהין שוין צוועלף יאָר נאָכאַנאַנד.

אין דער אמתן, זײַנען מיר געווען זיכער, אַז הײַיאָר וועט די צאָל רוסן פֿאַלן זייער דראַמאַטיש. דער רובל איז דאָך געוואָרן צוויי מאָל ביליקער, אויב מע בײַט אים אויס אויף לײַטישע ממתּקים. אָבער — פּאַראַדאָקסאַל — איז זייער צאָל אַפֿילו געוואַקסן. דער האָטעל האָט דערווײַל גענומען אויף דער אַרבעט עטלעכע רוסיש־רעדנדיקע קעלנערס און אויפֿנעמערס. דאָס זײַנען, ווי איך האָב פֿאַרשטאַנען, מאָלדאָוואַנער, וואָס האָבן רומענישע פּעסער און דערפֿאַר קענען זיי אַרבעטן אין מערבֿ־אייראָפּע. מיר האָבן, פֿאַרשטייט זיך, ניט געפֿרעגט די רוסישע טוריסטן, פֿון וואַנען זיי נעמען געלט אויף אַזאַ לוקסוס. אַ סבֿרא, אַז זיי געהערן צו אַזעלכע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, וועלכע שרעקן זיך ניט פֿאַר די פּרײַזן.

איך האָב פֿריִער ניט געקענט פֿאַרשטיין די מענטשן, וואָס פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס אין דעם זעלבן אָרט, בפֿרט אין אַן אָרט, וואָס האָט ניט פֿאַר אָט די מענטשן קיין דירעקטן קולטורעלן שײַכות. איצט פֿאַרשטיי איך עס. צוריק גערעדט, איז עס אפֿשר אַ סימן פֿון עלטער? קיין יונגע לײַט זעט מען אין דעם האָטעל כּמעט ניט, סײַדן זיי זעען אויס ווי אַ נאָר וואָס חתונה געהאַטע פּאָרפֿאָלק, וואָס קושן זיך און האַלדזן זיך די גאַנצע צײַט. אַזוי צי אַזוי, נאָר אין אַ יאָר אַרום וועלן מיר, אם־ירצה־השם, ווידער זיך לאָזן אין וועג אַרײַן.

*This article was published in The Yiddish Daily Forward on January 12, 2016.